Rav Elish Bochner

65

120

AGE OF NIFTAR

Brooklyn

Heading

HOMETOWN

7

Adar

5894

Heading

YAHRZEIT

Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipiscing elit. Suspendisse varius enim in eros elementum tristique. Duis cursus, mi quis viverra ornare, eros dolor interdum nulla, ut commodo diam libero vitae erat. Aenean faucibus nibh et justo cursus id rutrum lorem imperdiet. Nunc ut sem vitae risus tristique posuere.

5894

7

Adar

Brooklyn

65

AGE

YAHRZEIT

HOMETOWN

Click here to update bio
Share a memory, story or an image
Post Comment

מי יתן לנו תמורתו

אוי אוי אוי
די הארץ בליטיגט מיר, עס איז שוין אדורך די שלושים פון האי גאון וצדיק און איך האב נישט זוכה געווען צו לאזן א טרער אויפן פרישער קבר פונעם אום פארגעסליכען צדיק קדוש וטהור ר׳ אייליש זצ״ל
איה הסופר, איה היודע לקנות אויף אזא געהויבענער איד. איך שלעפ צירוק נאסטאלגיע פון בערך 35 יאר צוריק
געווען א בחורל אין ישיבה אין בארא פארק פון די פרעמד א ווייטער מדינה אן א משפחה אן קיין קרוב זיך ארום געוואלגערט מידי שבת בשבתו פון איין גוטער איד א מכניס אורח צו דער צווייטער וואס האט מיר אריין גענומען אין זיין שטוב אויף שב״ק ווען די דארמיטארי פון ישיבה איז פארמאכט
ביז איין גליקליכער פרייטאג וואס עס האט מיך געטראפן הר״ר אייליש וואס פון דאן אן האב איך מער נישט געדארפט זארגן ווי איך וועל זיין אויף שבת איך האב באקומען אן אכסאניא קבוע א יעדער וואך שבת בין איך געווארן א שבת זוהן פון האי חסיד הר״ר אייליש ז״ל, נישט נאר מיר אליינס האט ער אריין גענומען אין זיין ווארימער שטוב ווי א זוהן נאר אויך מיינע צוויי ברידעקעס וואס האבן זיך אויך אין די פרעמד געוואלגערט לערנענדיג אין די ישיבה אין בארא פארק פון די ווייטע ווארעמער היים.
פון די שבת אן וואס בס״ד האט הר״ר אייליש האט מיך און זיין שטוב מיט מיינע ברידערקעס אריין גענומען האט זיך מיר געעפענט א נייער וועלט אין די ישיבה א וועלט פון תורה ויראת שמים וואס איבער א יעדע שבת האב איך איינגעזאפט דארט אין זיין ווארעמער היים
מיט זיינע אסאך זוהן קע״ה בין איך געוועהן ממש ווי איינער מבני חבורה נישט זיך געפירט ווי א פרעמדער בכלל
די שטארקע ד״ת וואס איז געווען די גאנצער רוח אין דעם הויז, ממש קיין שום ווארט שיחת חולין דורכאויס שבת נישט גערעדט אלעס איז געווען נאר פרד״ס פרשת השבועה און שיעור השבועה פון ישיבה. אזאנא ברייטע און טיפע ידיעות אין כל התורה כולה אין שום רז בעולם דלא גלי ליה אפי׳ במילתא דעלמא הדין
אוי וויפיל יראת שמים האט זיך געגאסן אין זיינע אדערן השתפכות הנפש ביי זמירות מיט דמעות שלש של געגועים ירושלים קרתא דשיפריא וויינט א בעה״ב פרייטיג צו נאכטס ביים טיש. רחם בחסדך על עמך משיח קום שוין מיר ווארטן אויף די גאולה טרערן רינען פון מיינע אויגען זיך דערמאנענדיג די הערליכער שטומע מיט די באגלייטונג פון די קינדער וואס זונגען מיט מיט זייערע הערליכער כ קאפעליע איך פלעג זאגן א יעדע פרייטאג נאכט נאך די סעודה היינט גייט משיח דא זיין הר״ר אייליש האט דאס געפוילט צאםגעוויינט פאר צער אין גלות וואס דער שכינה געפונט זיך. די פעדער האט נישט אין זיך די טינט ארויס צו ברענגן מיינע גפוהלן וואס רוישט אין מיר. מיר האבן פארלוירן א דיימאנט וואס ווערט געטראפן איינס פון מיליון דער באשעפער זאל טרייסטן זיין אשת חבר מיט די קינדער וואס זענען מיינע געשוויסטער געווען יענע יארן בתוך אבלי ציון וירשלים

Rav Elish Bochner

הרה"ג ר' אייליש באכנער ז"ל

ב"ה בארא פארק - דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת חוה"מ פסח האט מען באגלייט למנוחת עולמים הרה"ג בר אוריין ובר אבהן הרב ר' אייליש באכנער ז"ל וועלכער איז נפטר געווארן בליל שבת חוה"מ אין בליענדן עלטער פון 65 יאר צום גרויסן שאק און ווייטאג פון דער משפחה און אלפים אידן וואס האבן נהנה געווען פון אים בעצה ותושי'. ר' אייליש ז"ל איז געבוירן געווארן כ"ט תשרי תשט"ו צו זיינע עלטערן הרה"ח ר' יושע דוד באכנער ז"ל וב"ב וועלכע האבן אויפגעשטעלט זייער שטוב אין די איסט סייד, וואו א גרויסער חלק פון דער היימישער ניו יארקער אידנטום האבן זיך באזעצט נאכ'ן קריג. ר' יושע דוד ז"ל איז געווען א דורכגעווייקטער חסיד'ישער איד מיט א פארצייטישן חסיד'ישן חן פון דער אלטער היים, און האט אויפגעשטעלט זיין שטוב אויפ'ן זעלבן חסיד'ישן שטייגער. ר' יהושע דוד ז''ל איז געווען אן אייניקל, בן אחר בן, פון הרה''ק ר' שלמה קרשאנוב'ער זי''ע. ער איז געבוירן געווארן אין שטאט בריגל צו זיין טאטע ר' אייליש ז''ל וועלכער האט נאך זוכה געווען צו לייגן תפילין ביים הייליגן צאנזער רב זי''ע. דער כינוי 'אייליש' צו אליהו האט מען צום ערשט געהערט פונעם הייליגן צאנזער רב ביי זיין סעודת ברית, ווען מ'האט ארומגעשמועסט איבער הלכות וואס איז נוגע ביי כינוי השם האט דער צאנזער רב א זאג געגעבן "למשל דאס קינד האט מען היינט א נאמען געגעבן אליהו, וועט מען אים רופן אייליש". זייט דעמאלטס פלעגט מען רופן 'אייליש' איינעם מיטן נאמען אליהו. שפעטער האבן זיי זיך אריבער געצויגן קיין קרשאנוב., ר' יושע דוד ז"ל איז געווען א באבוב'ער חסיד, אינדערהיים ער האט קונה געווען תורה וחסידות ביים קדושת ציון מבאבוב זצ"ל וועלכער האט געוואוינט אין טשעבין וואס געפינט זיך גאר נאענט צו קרשאנוב. אין די ביטערע קריג יארן האט ר' יושע דוד ז"ל געהאט די זכי' משמש צו זיין דעם צדיק וקדוש רבי אלעזר מאושפוצין זי"ע וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן אין קרשאנוב. ר' יושע דוד האט זיך אוועקגעגעבן פַאר דעם צדיק מיט א געוואלדיגער מסירות און אים געהאלפן אנגיין מיט זיין עבודת הקודש. ער האט דערביי זוכה געווען צו זען אפענע ניסים און קונה געווען אסאך תורה וחסידות אמונה ובטחון. נאכ'ן קריג איז ער פארבליבן עטליכע יאר אין אייראפע, שפעטער ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער זיך מקשר געווען צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע מיט א קשר אמיץ וחזק, ער האט נישט קיין ריר געגעבן אן זיך דורך שמועסן מיט'ן רבי'ן. ר' יושע דוד ז"ל האט אויך זוכה געווען צו א געוואלדיגע התקרבות ביים רבי'ן. דער רבי האט שטארק געגליכן זיין חסיד'ישן חן וואס ער האט מיטגעברענגט פון דערהיים פון גאליציע, און אים כסדר געפרעגט איבער פארשידענע מנהגים וכדו' וואס ער געדענקט פון דערהיים. ווען אימער ר' יושע דוד ז"ל איז אריינגעגאנגען זיך געזעגענען ביים רבי'ן זי"ע איז עס פארוואנדלט געווארן פאר א לענגערע באזוך ווי מ'האט פארברענגט מיט מעשיות פון פריערדיגע צדיקים, עניני חסידות א.א.וו.. זיין מאמע מרת אסתר באכנער ע''ה איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' יצחק פעלד הי''ד פון אושפוצין וועלכע איז גלייך ביים אנפאנג פון די קריג-יארן אומגעקומען על קידוש ה' אין עלטער פון צוויי און דרייסיג יאר. ר' איטשא - ווי מ'האט אים גערופן - איז געווען פון די בארימטע תלמידי חכמים אין אושפוצין, א מתמיד עצום וועלכער האט שוין געהאט מסיים געווען ש''ס און געקענט אסאך מסכתת אויפן לשון. זי איז געווען באוואוסט ביי אירע באקאנטע אלס די וואס האט מחזק געווען און געהאלטן ביים אידישקייט צענדליגער אידישע טעכטער אין די לאגערן דורכאויס די צווייטע וועלט קריג. זי איז געווען א מושלמת ביראה טהורה ובחכמת נשים בנתה ביתה. * אלס קינד איז ר' אייליש ז"ל צוערשט געגאנגען לערנען אינעם סאטמארער חדר אין דער איסט סייד ביים מלמד הרה"ח ר' ליפא יאקאבאוויטש ז"ל, אבער צוליב פארשידענע אומשטענדן בימים ההם האט ר' יושע דוד ז"ל געמוזט אריינשטעלן זיינע קינדער אין אן אנדערע מוסד. ווען ר' יושע דוד איז דאס געגאנגען דורכשמועסן מיטן רבי'ן האט ער אויסגעדריקט זיין זארג איבערדעם וואס זיינע קינדער וועלן נישט לערנען אינעם רבי'נס חדר. דער רבי זי"ע האט א קוק געגעבן אויף ר' אייליש ז"ל און להבחל"ח זיין ברודער, און א זאג געטון: "פאר זיי וועט עס נישט שאטן!". שפעטער ווען ר' יושע דוד ז"ל האט זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק עפ"י הצעת רביה"ק זי"ע האט ער געשיקט זיינע קינדער לערנען אינעם רבי'נס מוסדות אין בארא פארק. פאר די בר מצוה האט ר' אייליש ז"ל געלערנט ביים יארמוטער רב זצ"ל וועלכער איז געווען א גאון הגאונים. ביי די בר מצוה וואס איז פארגעקומען ביי ר' יושע דוד ז"ל אינדערהיים האט דער יארמוטער רב אויסגערופן בפני כל הקהל ועדה: "אשרי יולדתו" נאכדעם וואס ער האט זיך משתעשע געווען דורכאויס די גאנצע יאר מיט דעם יונגן עילוי 'אייליש'. נאך דער בר מצוה איז ר' אייליש ז"ל אריינגעגאנגען לערנען אין דער סאטמארער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, וואו ער איז געווען א תלמיד חביב פון הרה"ח ר' אלימלך לאנדא ז"ל. דערנאך איז ער אריין לערנען ביי להבחל"ח הגה"צ אב"ד וואודרידזש שליט"א. נאך אלס גאר יונגער בחור האט ר' אייליש געהאראוועט מיט א זעלטענע התמדה במשך רוב שעות פונעם מעת לעת. אין די שפעטערע יארן פלעגט ר' אייליש ז"ל אסאך רעדן מיט נאסטאלגיע פון די לעכטיגע נעכט אין קעמפ ווען ער האט געהאט די זכי' צו לערנען בחברותא מיט'ן וואודרידזש'ער רב אויף זיין פריוואטע טאראסע. שפעטער איז ר' אייליש ז"ל געגאנגען לערנען אין דער גרויסער סאטמארער ישיבה אויף סענדז סטריט. אין ישיבה איז ער געווען באוואוסט אלס א טיפער למדן מיט א שארפן קאפ און מיט זעלטענע כשרונות, זיינע חברים פון ישיבה וועלן קיינמאל נישט פארגעסן די ריתחא דאורייתא וואס האט געפיבערט אין ביהמ"ד ארום ר' אייליש, ווי ער האט זיך געאייסערט מיט די ארומיגע אין די טיפע סוגיות הש"ס, דורכגעטון יעדע סוגי

Rav Elish Bochner

מי יתן לנו תמורתו..

בס"ד אוי ווי הייבט מען אן און ווי ענדיגט מען... עס גלייבט זיך נישט בכלל נישט אז מיר שטייען אין אזא מצב אז אונזער באליבטער פעטער אייליש באכנער איז מער נישט צווישן אונז, וויפיל איך זאל נאר וועלן ארויסברענגן אין איין ארטיקל וועט דאך נישט דעקן קיין משהו וויפיל אונזער פעטער אייליש האט אויפגעטוהן און געטוהן אין זיין לעבן, וויפיל הארץ און געפיל ער האט ארויסגעוויזן פאר זיינע באקאנטע און בפרט פאר משפחה, זאכן וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן וויפיל צייט און געדולד ער האט ארויסגעוויזן מיט א געוואליגע ליעבשאפט, און זיך פרובירט אריינצולייגן אין יענעמ'ס מצב ווי ווייט שייך, און אלעס איז צוגעגאנגן מיט א שמייכל און מיט הומאר און פשטות, עס רייסט ביים הארץ צו טראכטן אז אייליש וואס מען האט אייביג געקענט הערן פון אים גוט ווארט אויף די פרשה, אדער א גוטע עצה ותושיה מיט השכל ובינה – איז געקומען צו אן ענדע... זיין קענטעניס אין אלע אינזיכטן זאל עס זיין תורת הנפש, פלפול, דבר חכמה, הלכה ואגדה, און ווער רעדט נאך פון חסידות און חסידישע מעשיות - האט זיך איבערגעפלאסן אלע גרעניצן, זיין געוואלדיגע ישוב הדעת און סידור הדברים האט זיך אנגעזעהן אויף יעדע תשובה וואס ער האט נאר געענטפערט פאר יעדעם, קיינמאל נישט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן א טעלעפאן קאל ווען אימער עס זאל נאר זיין, אפילו ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין איבריגע מינוט פאר זיך, צו ווייל ער האט געדארפט געבן א שיעור, אדער זיך טרעפן מיט מענטשן, וויפיל מען זאל נאר ארויסברענגן ווי שטארק נערץ ער איז געווען בין הבריות וועט נישט זיין גענוג... מי יתן לנו תמורתו!

Rav Elish Bochner

איך בענק מיך

איך האב אפאר מאל גערעדט מיט ר' איילוש זצ"ל, איך בין באגייסטערט געווארן וויפעל ער האט געדעקט אין איין שעה, ער האט מיר אנגעזאגט זיך אנצוגרייטן מיינע שאלות/קשיות פאר איך קום כדי צו קענען קאווערן ווי מער, איך בין נתפעל געווארן ווי ער האט אזוי שנעל געפרעגט צום פינטל און אויסגעקלארט א נושא אין מינוטען, רעב איילוש איז געווען גאר אנדערש ווי אנדערע טעראפיסטן וואס זיכן צו אויסצוען ווי מער אבי זיי זאלן מאכן נאך אפאר דאלער אויף נאך סעשאנס, רעב איילוש'ס ציל איז געווען צו שטעלן אין פלאץ און שיקן ווייטער, נישט אז מען זאל בלייבן צוגעבינדען מער ווי עס פעלט אויס. זיין הארץ און זיין איבערגעגעבנקייט, אויב האט ער געהאט א וויכטיגע מעסעדזש פון שלום בית וכדו' האט ער זיך נישט אפגעהאלטן פון ענטפערן אפילו ער האט געהאלטן אינמיטן א סעשאן מיט א צווייטן, ער האט נישט געזוכט צו זיין פראפעשינאל ער איז געווען דא צו העלפן מענטשן. ער האט זיך נישט געהאלטן ווי א רב כאטש ער האט עטליכע מאל געענדיגט ש"ס און געקענט א געוואלד, ער האט מיר אויפגענומען אן זיין הוט און רעקל און געענטפערט מיינע וואטסעפפ מעסעדזשעס. ער האט מקרב געווען צענדליגער מענטשן אנגעהויבן פון די צייט וואס ער איז געזיצן אין תפיסה וואס דארט האט ער געזען אז ער האט א חוש דערצו. איינער פון זיינע קינדער האט מיר געזאגט אז מען האט געטראפן זיין סעלפאון און אלע נעמען פון די קאנטעקטס זענען געווען אויסגעמעקט נאר די נאמבערס זענען געבליבן ווי עס קוקט אויס האט ער געוואלט פארזיכערן די פריוואטקייט פון זיינע קליענטען, אגב האט ער מיר געוויזן אז ער האט מער ווי זעקס טויזענט קאנטעקטס וואס כמעט אלע פון זיי זענען מענטשן וואס ער האט געהאלפן. מיר וועלן זיך בענקן

Rav Elish Bochner

חסיד - אבלו בליבו וצהלתו בפניו

רבי אייליש האט מקיים געווען דעם ציווי פון חז''ל 'הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות' מיט זיינע רמ''ח איברים און שס''ה גידים, ער האט אלעמאל געהאט א גוט ווארט פאר יענעם, ער האט גענוצט זיין חכמה צו מהנה זיין א צווייטען, יענעם צומאכען גוט שפירען. מיר ווינטשען און זענען מתפלל מריחוק מקום וקירוב הלב, השי''ת זאל טרייסטען זיין חשובע משפחה שיחיו, זיי זאלען מער נישט וויסען פון קיין צער, און זוכה זיין צו ממשיך זיין זיינע שיינע דרכים ביז מיר וועלען זוכה זיין אז ויקיצו וירננו שוכני עפר, בב''א

Rav Elish Bochner

מיין פעטער אייליש

אייליש איז געווען א געוואלדיגער מתמיד אין תלמוד חכם, ער האט זייער ליב געהאט צי העלפען א צווייטען אין געהאלפען אסאך סיי מיט עצות אין סיי מיט למעשה , אין ער האט געהאט א געוואלדיגע נשיאות חן אין גאר א ווארעמע געפיל פאר ציבראכענע אידן אין פאר מיין מומע אין קאזינס מיין הארץ אין אויגען וויינט מיט מיט אייך אין עס בלייבט נישט איבער מער ווי צי ווינטשען "המקום ינחם אתכם בתוך שערי אבילי ציון וירושלים

Rav Elish Bochner

a mourning einikel

The yartzeit candle throws quivering shadows eerily illuminating the room. It’s truly surreal. Are you really gone ? You were our וועג ווייזער .. You were the one that taught all that challenges are to be accepted. You revealed that it’s doable to endure pain like a hero and nonetheless hold on to emunah and bitochan. Just like your dancing flames now , you radiated in the darkest of situations. Your smile exuding so much love and warmth. Whoever spoke to you knew without a shadow of doubt that your interested in what they have to say , and you will deliver well meaning sound of advice as if they were the most important of people. Your every comment was laced with so much brilliance and kindness entwined. ZEIDY YOU WERE OUR ROCK!! How can we not feel overwhelmed without you?? We are crushed with longing grief that no words can ever pay tribute to .. zeidy you were a fighter .. You fought to ward of pain .. you fought strife in other people’s homes .. you fought for life .. and you fought to bring about a joyous approach in the bleakest of circumstances .. Please daven for us we should have the strength you instilled in us to continue on. But not for much too much longer cuz we all know you were a doer.. and you will continue to do , to bring the coming of moshaich במהרה בימינו

Rav Elish Bochner

From Your (other) Daughter

Not to take anything away from your only biological daughter, whom you loved and adored to no end - you were immensely proud of her, both of the home she was building and her accomplishments professionally, but you were the figure I turned to when in need of fatherly advice, or any advice, if I'm honest. During my last visit to you, I commented jokingly that you would need to leave directives to burn all the secrets housed within the walls of his study. Little did I know it would be so soon. I have not stopped crying since I heard the news. I was literally in the middle of a conversation when you texted that you'd taken ill and were in need of tefillos. I'm still waiting for your guidance! I still have so much to dissect, discuss, decide upon, both presently and for years to come! Although I left Boro Park, your presence never left me, R' Eilish. No one could replace your position in my life, or the way our hearts connected. The way you adopted my family as your own, with your tremendous soul, gigantic hartzigkeit, inimitable concern and gitskeit. Your thoughtful and understanding nature had me figured out better that I did myself, and you knew just the thing to say to improve a situation or mood. I so wish we had more time, because, sadly, I'm not out of the woods and I have lost my lifeline. It's a dark woods, which you walked beside me for nearly eight years. A woods I wish had never engulfed me, but you helped me find the light on a daily basis. You were the only person to whom I bared my soul completely, trusting you with details and demons I couldn't entrust to my own family, and you eased my burden, helping me shoulder and diminish my pain and fears. Over the last several weeks of this deadly mageifa, some demons had resettled in my domain. You had given me the strength to hold out longer and I could bare it a while. But when I finally reached out, you were already suffering yourself. And now you've left me, my family, and so many countless others, orphaned, bereft and lost. Every so often, when you gave me the kind of advice I would've expected from my father, I would jokingly call you Tatty. Your proudest title in life was Tatty. The photo you would point to when discussing my future was the one of your children, dancing mitzvah tantz, prominently on display in your study. You would say, "Don't you want a picture like this down the road? This is everything," or, "Of course I love my wife. She gave this to me." The way you spoke of your beloved Feigy was revelatory, but no one would have expected anything less. יהיו כמותך בישראל. I could go on for days and not be done. But you would advise me to conquer the day, or as your message succinctly says it best: "If you want it to happen, you must make it happen. If you let it happen, you won't like what happened." I promise to make it happen. For myself, for my family, and for the aliya of your lofty neshama, from now and for all eternity, until Moshiach's arrival speedily in my day. With sorrow and grief, You Loving Daughter PS - My son, who will not get to collect a mazal tov before his bar mitzvah, claims your clock collection.

Rav Elish Bochner

My Savior!

Reb Eloise has 10 biological children but had million more sons and daughters. Boys and Girls, men and women whom he cared for as he does his own children. He SAVED ME! He saved me with his love, with his care, with his smarts but most of all he saved me because he treated me as he does his own! He was the father that I never had and thereby saved me of myself! I will miss you and I will make you proud !

Rav Elish Bochner

Dear beloved Zeidy

I will miss your smile,I will miss your good word, and I will miss your advice .They say you were busy helping out so many people,but I can’t see when,because you were always busy with us, your grandchildren. You never missed any of our special occasions nor any afikomen. Nothing was to big or to small when it came to your family.With pride I carry the name BOCHNER. One of your many grieving einekelech

Rav Elish Bochner

We Lost a Father

We have been through many many therapist none of who helped or got us anywhere. We got to know Rav Elish Bochner about 10 months ago, all I can say is our life has changed DRASTICALLY since then. Rav Elish gave everyone the feeling that they were accepted and loved NO MATTER what and who. He stooped down to your level and made you feel normal and put you in a love for Hashem and the Torah so naturally you couldn’t disagree when you saw the way he spoke about Hashem, you felt he was talking real. As a family we have grown and come a long way and that’s ALL credit to Rav Elish. I can say that we were beyond lucky for the time we got to know and learn from this special person. Our house has been in mourning since we heard of his passing, we really feel like we lost our father, we’ve had a very close loving relationship with him. It’s going to be hard for so many more other then just the family to recover after the passing of such an incredible person. May he be a meilitz yosher for all of klal yisroel, amen!

Rav Elish Bochner

He saved my family!

On Yom Tov I had a very real live dream. I saw R' Elish with his usual radiant face. He was trying to console me. I woke up in a sweat saying tehillim but had the nagging feeling that it was over. He was like a father to me. He cared deeply. He believed in me when i was at my darkest. His intelligence, and deep torah insights as well as his warmth and care truly changed my life. He was always so proud of his children. They where his biggest nachas and pride. The world has lost a special soul. The impact he made here is indescribable. Things will never be the same.

Rav Elish Bochner

WE LOST A DIAMOND - AN INSIDE SCOOP

I feel like I lost a father. And in a sense I did, for he was not your typical father in law. He radiated such warmth, such emotion, and he expressed them. Always ,always,always. He acknowledged, he conveyed his gratitude. He made sure to tell us how proud he is of us. And that makes the loss all the more searing. At times, man's conduct in his home versus his conduct on the street, conflict. We are insiders. We experienced him on his home turf. And what an experience! The first word that comes to mind in regard to our patriarch, is warmth. He encapsulated warmth, he radiated warmth, he exuded warmth. The wày he thanked our shvigger after every meal. Loudly, warmly - everything was delicious, thank you for your exertion. After the completion of a pesach Seder, he would loudly proclaim his gratitude to his aishes chayil for her dedication behind the scenes. He was a king because he treated our mother in law as queen. Nothing was beneath his dignity. Despite being an exceptionally respected individual who had hundreds of admirers and followers, there were even those who called him rebbe, at home he was a husband and father in full sense of the word. Erev shabbos he was in the kitchen, cooking his signature soup and baking his salmon. He loved life, he lived life, he embraced life. He left a void that can only be filled with the coming of משיח. May he continue fathering us from the world of truth.

Rav Elish Bochner

כלל ישראל האט פארלוירן א צדיק נסתר

אסאך גרויסע אין חשובע יודען זענען נעבעך געפאלן א קארבן צי די ביטערע מגיפה אבער קיין גרעסערע פארלוסט איז נישט דא ווי הרב הצדיק ר' איילוש אלץ שכן טוב אין קאנטרי אין די זומער בין איך אין מיין גאנצע משפחה זייער נאנט געווארן מיט אים אלעמאל געגריסט אפילו מיינע קינדער האט ער זיך אויפגעפירט ווי א טאטע/זיידע אסאך מאל איז מיר אויסגעקומען צי לערנען מיט אים אליין אין קאנטרי מה טוב ומה נעיםאיז געווען ווען יעדע גמרא אדער שולחן ערוך אדער סתם א ספר איז געווען שגור בפיו איך געדענקט נאך בערך 9 יאר צירוק אונז זעמער געפארען צי זיין הייליגע זיידע אויפן יארצייט אין לעלוב פוילן אוי איז דאס געווען א נסיעה דעמאלטס האב איך איינגעזעהן אביסעל ווער דער צדיק איז געווען א עניו אייביג געווען גרייט צי לערנען האלטען שיעורים ס'איז נישטא קיין ווערטער אין סוועט קיינמאל נישט זיין גענוג ווערטער צי אראפשרייבן ווער דער צדיק איז געווען זאל דער אייבערשטער העלפען אז מיתת צדיקים מכפר זאל עס זיין די לעצטע קרבן פין די ביטערע מגיפה אין אנדער אין ר' איילוש זאל איינרייסן ביים כסע הכבוד פאר זיין גאנצע משפחה אין מיין גאנצע משפחה אין פאר מיין טאטע אלס נאנסטע ידיד אז מען זאל עס קענען איבערטראגן אונז זאלן ווערן אויסגעלייזט פינם גלות בביאת גואל צדק בב"א

Rav Elish Bochner

תורה תורה חגרו שק

הרב ר' איילוש קשה עלי פרידתכם, איר זענט געווען מיין שכן אין יעדעמס מגיד שיעור פאר די לעצטע צען יאר אין די קאנטרי איך האב זוכה געווען צו פארברענגען מיט אייך די ימים טובים פון שבעות אין סכות איר האט אריין געברענגט א תורהדיגע אטמאספערע אינעם פלאץ סיי אין די הערליכע שיעורים אין סיי אין שבת צופרי די שיעור אין אור החיים הקדוש אין יעדע פרייע צייט זענט איר געווען גרייט פארצולערנען צו א חסידישע ספר צו זאל עס זיין דברי חיזוק אין פאר יעדע דבר מצוה זענט איר גרייט געווען צו רעדען עס זאל זיין א כבוד שמים צו זאל עס זיין פארן אפיעל פאר חברה הצלה וואס איר האט אלץ גערעדט אזוי הערליך משולב מיט דברי תורה אין דער עולם האט געגעבען שיינע סכומים, צו ווען מיין בר מצוה בחור האט געזעהן יעדעס יאר סכות ווי אזוי איר ענדיגט מסכת סוכה פון יום א' ביז סוף חול המועד אין ער האט אזוי הערליך געשמועסט מיט אייך אלץ שכן אין איר האט עם געזאגט אז ער קען אויך ענדיגען א מסכת פאר די בר מצוה אין ער האט זיך צוגעכאפט צו אייערע ווערטער אין האט משלים געווען אין איר זענט געווען ביי די בר מצוה יעצט אין חודש אדר אין מיין זין האט פארציילט פאר יעדעם אז עס איז אייער זכות מי יתן לנו תמורה, מען האט אייך גענימען פאר א קרבן ציבור זאל שוין טאקע זיין עליה השלם כל הקרבנות כולם אין איר טרעפט זיך מיט אייער חשובען שווער די לעלוב רבי זצוקל"ה וואס איר פלעגט שטענדיג פארציילען מעשהס אין תורהס פון עם גייטס ביידע ארויף צום כסא הכבוד אין רייסט איין מיר דארפען אייך צוריק איר האט אנגעפאנגען א נייע מסכת מיטן עולם אין אינז איבער געלאזט אינדערמיט דאס איז א ריזיגען חלל פאר אינז אין פאר אייער משפחה אין פאר כלל ישראל מען האט אוועק גענימען פון אינז א תלמוד תכם מופלג, אין אפגערעדט די אלע מענטשען וואס איר האט געהאלפען סיי בחורים זאלען בלייבען אויפען אידישען וועג אין אויף שטעלען בתים נאמנים בישראל צו פארפאלקען ווי איר האט געהאט די זכויה אז די שכונה זאל ווייטער רועהען אין זייער שטוב דאס נעמט איר מיט פארן בית דין של מעלה אין איר האט א כח צו שפאלטען הימלען נסתרים דרכי השם אבער אז דער אייבישטער האט אזוי געוואלט איז א זיכער אז עס איז גוט ווייל וואס דער אייבישטער טוט איז גוט אין סאיז יום טוב מברויך זיך שטארקען אין זיין פרייליך, זייטס א מליץ יושר פאר אייער רעבעצין וואס האט געהאט די זכויה צו שימוש תלמיד חכם די אלע יארען כולם שווים לטובה אין פאר אייערע קינדער וואס האבען אייך מכבד געווען אזוי ווי עס פאסט פאר אזא תלמוד חכם אין פאר מיין חשובען טאטען וואס האט לכאורה די לעצטע גערעדט מיט אייך ווייל עטץ האאס גערעדט טעגליך אין ער אלץ שכן אין טייערען ידיד דארף האבען די כחות עס דורך צו טראגען מען האט עם אוועק גענימען א שטיק לעבען איר האט זיך אזוי געפרייט צו רעדען מיט עם אין ער פארקערט אין עס איז פאר עם א שטיק הארץ זייטץ א מליץ ישר פאר עם אין פאר מיין משפחה, איך האב אייך פרובירט מכבד צו זיין ווי עס האט געפאסט אלץ גבאי הבית במדרש איר האט גארנישט געוואלט אבער בשם כל הקהל אויב האט איינער אייך נישט אפגעגעבען די כבוד בעט איך אייך מחילה אין נאמען פון יעדעם איר זענט געווען אלץ נאך געבענדיג אין איך בין זיכער איר זענט יעדעם מוחל א גוטן מועד

Rav Elish Bochner

Will be missed by people who need him every single day

I can only talk what I know and saw and experienced I got to know reb Elish about 18 years ago before he became popular with his עבודת הקודש he did I can only say that you could talk to this scholar in every subject he was at home and made you feel at home. He had a real meaning of the the word אהבת ישרא-ל he liked everybody and everyone liked him you wanted to be around him I might have not seen him for a long period of time and when I did see him the talk was so friendly and genuine that people might have thought that we speak daily. He was a real Talmud chuchem a Masmud. You look at all his kids are well mannered and all have there head screwed on right if you know what I am trying to bring out. On the other hand he saved a lot of broken נשמת He did so much kiruv with ahavas Yisroel he was matzliach only because it came from the heart. We can write and write but he will be very very missed by so many for his אשת חיל who stood by him in all times good and bad. He should be a מליץ יושר for he wife and kids who he loved so dearly and grand kids he goes up to heaven with lots of packages let him be the real שליח to bring moshiach zidkenu Omien

Rav Elish Bochner

האי חסיד האי חכם

אין לנו תמורתו של תלמיד חכם, חכם, ידען נפלא ובר דעת והבנה בנבכי הנפש שמסר את חייו לעזור לייעץ ולהדריך. הציל המון נפשות. אהב את הבריות וקרבם לתורה. תנחומי למשפחה היקרה והחביבה הולכים באומץ בדרך האב הגדול יהא זכרו ברוך ויליץ יודע על אהוביו ועל כל ישראל

Rav Elish Bochner

ברוך דיין האמת

היי איש נאמן ונחמד. המקום ינחם אתכם מתוך שארי ציון וירושלים

Rav Elish Bochner

Humble

My first encounter with Rav Eilish Z”L was when I met him on vacation and someone introduced me to him. Having heard of his great Yichus and what a great Talmud Chacham he was, I greeted him by saying “Hello Harav Bochner” upon what his humble response was “Yes. Eilish Bochner” and pleasantly continued the conversation as if this is how it’s meant to be. May his memory be blessed.

Rav Elish Bochner